בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' תולדות פ״ז
די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע האָט פאָרגעשלאָגן נייע צוימונגען אויף פוד סטעמפּס געלטער, וואָס וועט מעגליך אַוועקנעמען די פוד סטעמפּס בענעפיטן פון מער ווי זעקס מיליאָן אַמעריקאַנער.
די פאָרשלאַג וועט מאַכן שטרענגער די רעגולאַציעס איבער ווער עס קען ווערן עלידזשעבל פאַר פוד סטעמפּס, און וועט בלאָקירן פאַמיליעס וואָס באַקומען אַנדערע וועלפעיר בענעפיטן, אַז זיי זאָלן נישט ווערן אויטאָמאַטיש קוואַליפיצירט פאַר פוד סטעמפּס.
די פרישע שריט צו צוימען פוד סטעמפּס געניסער קומט אויסער די נייע אַרבעטס פאַרלאַנגען און אַנדערע צוימונגען וואָס די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע האָט דורכגעפירט און עס גייט אַריינגיין אין אַפעקט אָנהייב 2027.