בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' תולדות פ״ז
איראן'ס פארליאמענט ספיקער מוכאמעד באקאר גאליבאף האט היינט ווידעראמאל דערקלערט, אז די הארמוז וואסער וועג וועט מער נישט צוריק גיין צום סטאטוס ווי בעפאר די מלחמה.
גאליבאף האט דערביי געמאלדן אז איראן האט דערווייל נישט באקומען אן אנטווארט פון אמעריקא אויף איר לעצטע 7-פונקטן פארשלאג, וואס נעמט אריין ענדיגן די מלחמה אויף אלע פראנטן, באפרייען איראנער פארמעגענס און אראפ נעמען סאנקציעס.
אזוי אויך האט ער קלארגעשטעלט אז איראן איז נישט גרייט צו לאזן דעם יעצטיגע סטאטוס פון 'נישט מלחמה און נישט שלום', א סטאטוס וואס נעמט אריין אן אמעריקאנער נעווי בלאקאדא אויף איראן.