בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' תולדות פ״ז
אין ווייטערדיגע באַריכטן איבער די צוזאַמגעפאַלענע געביידע אין פלעטבוש, איז באַשטעטיגט געוואָרן אַז איינער פון די פאַרכאַפּטע מענטשן אונטער די ברוכוואַרג איז אומגעקומען.
די צוזאַמפאַל האָט פּאַסירט ביים אינטערסעקשאָן פון בעדפאָרד און פלעטבוש עוועניו, און פייערלעשער האָבן רעאַגירט צו די סצענע, וואו זיי האָבן באַוויזן גלייך אַרויסצוראַטעווען 4 פאַרכאַפּטע.
יעצט איז באַשטעטיגט געוואָרן אַז איינער איז אומגעקומען און נאָך איינער איז פאַרוואונדעט געוואָרן און געפונט זיך אין א גאָר קריטישן פאַרנעם, ווערנדיג אָפּגעפירט צום קינגס קאַונטי שפּיטאָל.