בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' תולדות פ״ז
דער אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט האט ארויסגעלייגט פעדעראלע קלאגעס קעגן דריי איראנער געשטיצטע טעראריסטן, וועלכע ווערן באשולדיגט אין אנפירן א רייע אטאקעס קעגן אידישע און מיליטערישע צילן אין אמעריקע און אייראפע.
לויט די פראסיקיוטער געהערט די צעל צו חאטיב כיזבאלא און די איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע, און זיי זענען פאראנטווארטליך פאר קרוב צו 20 טעראר אטאקעס און פלענער זינט די מלחמה מיט איראן האט אויסגעבראכן.
צווישן די אטאקעס ווערט באשולדיגט די גרופע אין שטעכן צוויי אידן אין לאנדאן, ווארפן א פלאש-באמבע אויף א לאנדאנער שול, און פלאנען א באמבע-אטאקע אויף א שול אין ניו יארק.
פראסיקיוטער דעקן אויף אז די אנפירער האבן קאנטראלירט די אטאקעס דורך ווידעא רופן און גלייך דערנאך ארומגעשיקט פראפאגאנדע ווידעאס דערפון, ווי אויך האבן זיי פלאנירט א קאר-באמבע קעגן די בריטישע לופט-באזע "אר-עי-עף פעירפארד" וואו אמעריקאנער זעלנער געפינען זיך.
דער הויפט אנגעקלאגטער, מוכאמאד על-סעדי, וועלכער זיצט שוין אין פעדעראלן טורמע אין ניו יארק זינט אייר תשפ"ו , האט ווייטער אנגעפירט די גאנצע טעראר נעץ פון הינטער די גראטעס דורכ'ן איבערגעבן מעסעדזשעס דורך באזוכער צו זיינע שותפים אין איראן און איראק, און ער האט פאקטיש באצאלט פאר ווענס, ברענשטאף און שראפנעל צוצוגרייטן די אויפרייס מאטריאל.