בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ג' תולדות פ״ז

דער פירער פון די אראבישע 'רעַם' פארטיי אין מדינת ישראל איז ארויס מיט א באשולדיגונג, אז 5 יאר צוריק האט אים פרעמיער מיניסטער נתניהו געזאגט אז ער מיט'ן כאמאס פירער יאחיא סינוואר פארשטייען זיך איינער דעם אנדערן.
מאנסור אבאס איז ארויס געקומען מיט די באשולדיגונג, נאכדעם וואס נתניהו האט געגעבן אן אדרעס אין וואס ער האט אטאקירט אראבישע פארטייען און געווארענט אקעגן א רעגירונג וואס דארף צוקומען צו זיי.
אבאס זאגט אז נתניהו פראבירט אראפ צו מאלן די אראבישע פארטייען אלץ געפאר פאר מדינת ישראל, ווען אין פאקט איז ער געווען דער וואס האט געשטעלט דאס לאנד אין געפאר מיט זיין צוטרוי אין א מענטש וועלכע האט עווענטועל דורכגעפירט די שמיני עצרת אטאקעס.