בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ג' תולדות פ״ז

ניו יארק סיטי האט אונטערגענומען א מאסיווע קאמפיין קעגן אומלעגאלע עלעקטעריק בייסיקלס, סקוטערס און אומזיכערע ליטיום אייאן בעטעריס, נאך א סעריע טויטליכע פייערס.
באאמטע זאגן אז פעלערהאפטיגע בעטעריס זענען געווען פארבינדן מיט א פייער אין די בראנקס וואו פיר פאמיליע מיטגלידער זענען אומגעקומען, און איז אויך מעגליך פארבינדן מיט די סאנסעט פארק פייער פאריגע וואך ווי זעקס זענען אומגעקומען.
זייט אוגוסט האבן אינספעקטארס שוין באזוכט מער ווי 200 דילערס וואס פארקויפן בייסיקלס און סקוטערס און די בעטעריס, און האבן געטיילט צענדליגער סאמענסעס.