בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' תולדות פ״ז
אידישע סטודענטן און איינגעשטעלטע אין צוויי יוניווערסיטיס אין ניו יארק סיטי זענען ארויסגעקומען קריטיקירן די נייע פלאן פון מעיאר מאמדאני צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם.
די גרופעס טענה'ן אז אנטיסעמיטיזם גייט פיל ווייטער ווי פיזישע סטראשונקעס אדער נאכגעשריגן ווערן, נאר עס נעמט אויך אריין אז אנדערע סטודענטן גרופעס און טיטשערס שליסן אויס אידישע סטודענטן און טיטשערס פון קלאסן און גרופעס.
די אידישע סטודענטן און טיטשערס האבן אנגעצייגט אויף א שטודיע וואס צייגט אז נאנט צו 75 פראצענט אידישע פראפעסארן זאגן אז זיי האבן שוין אליינס מיטגעוואוינט אנטיסעמיטיזם אין די סקולס.