בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' תולדות פ״ז
פרעזידענט טראמפ זאגט אז אסאך מענטשען גלייכן נישט די ווערטער פון וויצא פרעזידענט דזשעי. די. ווענס, ווען ער האט באשולדיגט איראן אויף די ריפובליקאנער דורכפעלער ביי די מידטורם וואלן.
טראמפ זאגט אז ער פאר זיך האט נישט קיין שום פראבלעם מיט ווענס, אבער אסאך מענטשען גלייכן נישט זיינע קאמענטארן.
ער זאגט אז ווענס איז געווען גערעכט מיט אלע זיינע ווערטער, אבער ער וואלט געדארפט צולייגן נאך איין זאך, אז די מלחמה איז געווען עפעס וואס וועט געדענקט ווערן אלץ ריכטיגע זאך אין היסטאריע ביכער, און אויב עס פעלט זיך אויס וועט מען עס נאכאמאל טון.