בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ב' תולדות פ״ז
די צאָל שיסערייען און מאָרדן אין ניו יאָרק סיטי זענען געפאַלן צו רעקאָרד נידריגע שטאַפּלען אין די ערשטע צען חדשים פון 2026, לויט נייע סיטי פּאָליציי סטאַטיסטיקס.
די סיטי האָט רעקאָרדירט 536 שיסערייען, וואָס איז צען פּראָצענט ווייניגער ווי פאַראַיאָר, און די צאָל מאָרדן איז געפאַלן צו 230, וואָס איז זיבעצן פּראָצענט ווייניגער ווי פאַראַיאָר אין די זעלבע צייט.
אַלעס אינאיינעם זענען אַלע גרויסע פאַרברעכנס קאַטעגאָריעס געפאַלן מיט זעקס אַהאַלב פּראָצענט, וואָס איז די גרעסטע רעדוקציע אין מער ווי זיבעצן יאָר.