בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ב' תולדות פ״ז

צוויי מענטשען זענען פארהאלטן געווארן אין צוויי באזונדערע אינצידענטן נעבן די ווייסע הויז, אריין גערעכענט א פאל מיט א קאר וועלכע איז ארויף געפארן אויפ'ן סיידוואלק און ארין געקראכט אין אן אינפארמאציע שילד.
די אינצידענט מיט די קאר האט פאסירט נאנט צו לאפיעט פארק, אן ארט וואו מענטשען קומען אפט זיך פאטאגראפירן מייט די ווייסע הויז אינ'ם הונטערגרונט.
ווען סיקרעט סערוויס אגענטן און נעשינאל גארד זעלנער זענען געקומען ארעסטירן דעם דרייווער האט ער געשטעלט א ווידערשטאנד, אבער עווענטועל איז ער געווארן אוועק געפירט מיט קייטן.
באזונדער האט פאסירט א פאל מיט א פארשוין וועלכע האט איבערגעשפרינגן א באריקאדע נעבן די צפון-מערב ווינקל פון לאפיעט פארק, און ער איז גלייך ארעסטירט געווארן דורך די סעקרעט סערוויס.
קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן דורכאויס די צוויי אינצידענטן, און זיי ווערן יעצט גרונטליך אויסגעפארשט דורך די סיקרעט סערוויס.