בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ב' תולדות פ״ז

טאמעס מעסי האט ווי ערווארטעט אריין געגעבן אן אימפיטשמענט רעזאלוציע אקעגן דיפענס סעקרעטערי פיט העגסעט, צווינגענדיג קאנגרעס אפצוהאלטן אן ערשטע אפשטימונג דערוועגן נאך דעם וואך.
די רעזאלוציע פונ'ם ריפובליקאנער קאנגרעסמאן באשולדיגט העגסעט אויף א רייע פארברעכענס, אריין גערעכענט אומלעגאל אינטערנעמען די מלחמה אקעגן איראן און אויף אומברענגן הונדערטער ציווילע אין שיף אטאקעס אקעגן דראג שמאגלער אין די קאריביען.
מעסי, וועלכע האט פארלוירן א פריימערי פארלאפענע מאי למס', האט שוין פריער אין יאר אריין געגעבן אזא רעזאלוציע, אבער דעמאלטס האט קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן אהיים געשיקט געזעצגעבער בעפאר אן אפשטימונג האט געקענט פארקומען.