בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' תולדות פ״ז
מדינת ישראל באטראכט נייע עירליין שטייער וואס וועט העכערן פרייזן פון טיקעטס פאר קאנסומערס
מדינת ישראל האט אנגעהויבן באטראכטן ארויפצושטעלן א נייע עירליין שטייער וואס וועט מעגליך העכערן די פרייז פון טיקעטס מיט פינף פראצענט.
לויט באריכטן וועט די נייע שטייער ארויפגיין אויף יעדע פליגער וואס הייבט זיך ארויסצופארן פון מדינת ישראל און עס וועט בעיקר אפעקטירן פאסאזשירן וואס פליען קיין אמעריקע און קיין אייראפע.
דערווייל האט די רעגירונג נאכנישט קאמענטירט איבער די געפלאנטע נייע שטייער און צי עס וועלן זיין עקזעמפשאנס דערפאר, און עס איז אויך נישט קלאר ווען אזא סארט זאך וועט אריינגיין אין אפעקט.