בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' תולדות פ״ז
א יונייטעד עירליינס פלייט פון תל אביב קיין נוארק האט געמאכט אן עמורדזשענסי לאנדונג אין אטענס, גריכנלאנד נאכדעם וואס פאסאזשירן האבן געשמעקט פון ברענען און רויעך.
פלייט 168 האט אין רעאקציע צו די פייער און רויעך גערוך אנגעהויבן נידערן איר הייעך און אויסגיסן ברענשטאף העכערן וואסער, בעפאר'ן מאכן די עמורדזשענסי לאנדונג און פייערלעשער זענען געשטאנען גרייט.
מען האט נישט געטראפן קיין שום פייער אויפן פליגער און די פאסאזשירן זענען אלע אראפ אומבאשעדיגט נאכ'ן לאנדן, און יונייטעד עירליינס האט אראנדזשירט אן אנדערע פליגער קיין נוארק, וואס וועט אנקומען מאנטאג 12:30 נאכמיטאג.