בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' תולדות פ״ז

באאמטע האבן ארויסגעלייגט מער אינפארמאציע איבער אן איצידענט מיט א פאסאזשיר וואס האט פרובירט זיך איינצוברעכן אינעם פילאטן קאקפיט אויף אן "ארקיע" פליגער פון טביליסי, גרוזיע קיין ארץ ישראל, שאפנדיג א שווערע פאניק.
בערך א שעה נאכ'ן זיך הייבן פון גרוזיע האט פאסירט דער אינצידענט, וואו דער פארשוין איז געלאפן אין ריכטונג פון די פילאטן צימער און האט נאכאנאנד געהאקט אויפן טיר, שרייענדיג אז דער פליגער האט נישט קיין עכטע פילאטן און נישט קיין עכטע מאטארן.
פלייט אטענדענטס און אנדערע פאסאזשירן האבן געארבעט אראפצוהאלטן דעם פארשוין, און יענער איז ארעסטירט און אויסגעפרעגט געווארן נאכדעם וואס דער פליגער האט געלאנדעט ווי געהעריג אינעם תל אביב לופטפעלד.