בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' תולדות פ״ז

דער געוועזענער מדינת ישראל אַמבאַסאַדאָר אין וואַשינגטאָן, מייקל אורן, האָט געוואָרנט אַז מדינת ישראל האָט בלויז עטליכע וואָכן אָדער חדשים זיך צוצוגרייטן פאַר רעדוצירטע אַמעריקאַנער הילף.
אורן זאָגט אַז אומפּאַרטייאישע שטיצע פאַר מדינת ישראל איז געוואָרן לעצטנס היפּש אָפּגעשוואַכט, און עס איז דאָ וואַקסנדע אָפּאָזיציע אין אַמעריקע קעגן ווייטערדיגע מיליטערישע הילף, סיי צווישן דעמאָקראַטן און סיי צווישן רעפּובליקאַנער.
דער געוועזענער אַמבאַסאַדאָר האָט געזאָגט אַז מדינת ישראל דאַרף יעצט נעמען שריט צו רעדוצירן איר אנגעוויזנקייט אויף אַמעריקע, אַזוי אַרום צו זיין גרייט ווען די הילף האַקט זיך אָפּ אינגאַנצן.