בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' תולדות פ״ז
דער אַמעריקאַנער טרעזשורי סעקרעטאַר סקאַט בעסענט האָט זיך פאַרבינדן מיט כינע, זוכנדיג הילף פון די כינעזער רעגירונג צו ברענגען אַן ענדע צו די מלחמה מיט איראַן.
לויט קוועלער האָט בעסענט זיך געוואָנדן צו כינעזער אויטאָריטעטן נאָכדעם וואָס ער האָט באַקומען ערלויבעניש פון פּרעזידענט טראָמפּ דערפאַר, אין שאָטן פון די שווערע רעפּובליקאַנער וואַל פאַרלוסטן פאָריגע וואָך.
אַמעריקע וויל הילף פון כינע, אַז די כינעזער רעגירונג זאָל נוצן זייער איינפלוס אויף די איראַנער רעזשים, זיי צו פּרעשורן איינצוגיין אויף א דיפּלאָמאַטישע לעזונג, און לויט באַריכטן האָט כינע שוין געקאנטאקט איראַן דערוועגן.