בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' תולדות פ״ז
אן אנקעטע אויף מדינת ישראל בירגער ווייזט, אז א מערהייט פון 62 פראצענט זענען אומצופרידן מיט די אויסגאנג פון די וואלן עטליכע וואכן צוריק, אקעגן נישט מער ווי 33 פראצענט צופרידן פון די אויסגאנג.
ווען וויילער זענען געווארן אויסגעפרעגט אויף 10 מעגליכע קאאליציע אויסשטעלונגן האבן זיי אפגעווארפן 9 פון זיי, מיט בלויז איינס וואס האט אנגעצויגן שטיצע פון א מערהייט וויילער.
די איינציגסטע וואס האט אנגעצויגן די שטיצע פון א מערהייט וויילער איז געווען א קאאליציע וואס נעמט אריין די ליכוד פארטיי פון נתניהו צוזאמען מיט די ישר פארטיי פון אייזענקאט, די ביחד פארטיי פון בענעט און ישראל בתינו פון ליבערמאן