בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' תולדות פ״ז
קוועלער זאגן אז ווייסע הויז באאמטע האבן געזאגט פאר פרעזידענט טראמפ אז ער זאל אונטערנעמען פרישע באמבארדירונגען אויף איראן אין די נעקסטע אכט וואכן.
די ווייסע הויז ראטגעבער האבן אנגעזאגט פאר טראמפ אז אויב וויל ער באנייען די מלחמה קעגן איראן פאר א קורצע צייט, זאל ער יעצט אריינכאפן, בעפאר די דעמאקראטן וועלן אריינקומען צו די מאכט אין ביידע קאנגרעס הייזער אין יאנואר.
לויט קוועלער זענען טראמפ ראטגעבער באזארגט אז די דעמאקראטן אין סענאט און קאנגרעס וועלן קענען נוצן פארשידענע אויטאריטעטן צו בלאקירן טראמפ פון דורכפירן סיי וועלכע באמבארדירונגען.