בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

א' תולדות פ״ז

אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע גלייבן אז כינע'ס הויפט שפיאנאזש אגענטור האט באצאלט פאר א ביזנעסמאן וועלכער איז נאנט מיט'ן ענווידיע סי-אי-או דזשענסאן הואנג, צו שפיאנירן אויף אמעריקאנער טעכנאלאגיע.
לויט א באריכט האבן די כינעזער אויפגענומען פרוי הואנג, אן עקזעקוטיוו אין די סינגאפור קאמפאני "מעגא ספיד", און איר ארבעט איז געווען צו זאמלען אינפארמאציע איבער פארגעשריטענע עי-איי טשיפס און אויך צו באאיינפלוס ענווידיע צו פארקויפן מער טשיפס פאר כינע.
די אויפדעקונג קומט אין א צייט וואס אמעריקע, כינע און אנדערע וועלטס גרויסמאכטן זענען פארוויקלט אין א קאמף צו זען ווער עס קען פאראויסרוקן די עי-איי טעכנאלאגיע אויף די גרעסטע פארנעם.