בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
א' תולדות פ״ז
לופט אטאקע סיירינס האבן זיך אנגעצינדן אין צפון ארץ ישראל יעצט זונטאג פארטאגס לאקאלע זייגער נאך באריכטן איבער מעגליכע פיינטליכע פליגערס אדער דראונס וואס זענען אריינגעקומען פון לבנון.
די ווארענונגען זענען אקטיוויזירט געווארן אין די געגנטער פון זערית און שומריה, וואס געפונען זיך נישט ווייט פונעם לבנון גרעניץ, און עס האט געברענגט זארג אז כיזבאללא דראונס זענען אריינגעקומען אינעם אומגעגנט.
אבער די מדינת ישראל מיליטער האט קורצליך נאכדעם באריכטעט אז די אלערטס זענען געווארן אנגעצינדן דורך א פאלשע אידענטיפיקאציע און אז עס איז נישטא קיין שום עכטע געפאר.