בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
מוצ״ש חיי שרה פ״ז
די אמעריקאנער מיליטער האט געמאלדן די גרינדונג פון די נייע "טעסק פארס אייראן געיט", וואס ברייטערט אויס איר בלאקאדע קעגן איראן צו צילן וואפנס שיפמענטס און פארבאטענע מאטעריאלן.
די נייע יוניט באשטייט פון צוואנציג מיליטערישע און ציווילע איינגעשטעלטע באזירט אין טאמפא פלארידע און זיי וועלן קאארדינירן מיט פעדעראלע אגענטורן אפצושטעלן די ליפערונגען וואס קומען אריין דורכ'ן קאספישן ים.
אדמיראל ברעדלי קופער, דער קאמאנדיר פון די אמעריקאנער צענטראל קאמאנד, זאגט אז די נייע טעסק פארס איז געצילט צו פארמיידן איראן פון צוריקבויען וואפנס פאבריקן און אנפולן אירע זאפאסן.