בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
מוצ״ש חיי שרה פ״ז
דער מדינת ישראל פרעזידענט הערצאג האט אפיציעל געבעטן פונעם אפאזיציע פירער גדי אייזענקאט צו פרובירן פארמירן די נעקסטע רעגירונג קאאליציע, אין שאטן פון די וואלן 2 וואכן צוריק.
אייזענקאט האט באקומען רעקאמענדאציעס פון פארטייען וואס רעפרעזענטירן 67 געזעצגעבער, וואס איז מער ווי גענוג וויפיל ער דארף האבן פאר א רעגירונג, און נתניהו האט נאר באקומען רעקאמענדאציעס פון פארטייען וואס האבן 46 זיצן.
אייזענקאט וועט יעצט האבן די נעקסטע 28 טעג צו פרובירן אויסארבעטן א דיעל צווישן די פארשידענע פארטייען, און די געשפרעכן קענען ארייננעמען די אראבישע פארטייען אדער די רעליגיעזע פארטייען, אבער די אישו פון גזירת הגיוס וועט שפילן א ראלע.
נתניהו האט פון זיין זייט פארגעשלאגן א נאציאנאלע פאראייניגטע רעגירונג, אבער אייזענקאט האט געזאגט אז נתניהו'ס ליכוד פארטיי קען אנטיילנעמען אין די רעגירונג אליינס, אן זייערע עקסטרעמע פיגורן.