בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' חיי שרה פ״ז
מער ווי 316,000 טשיקנס זענען געוואָרן געטויט נאָך א מאַסיווע אויסברוך פון פייגל פלו וויירוס אין מעקסיקאָ און אין דרום קאָרעאַ, ברענגענדיג פרישע זאָרג וועגן טשיקן סופּליי און עסן פּרייזן.
מעקסיקאַנער אויטאָריטעטן האָבן באַשטעטיגט אַן אויסברוך פון די "עיטש 5 ען 1" פייגל וויירוס ביי א פאַרם אין יומאן אויף די יוקאטאן האַלב-אינזל, וואָס האָט געברענגט צו טויטן מער ווי א פערטל מיליאָן טשיקנס.
עס איז געווען מעקסיקאָ'ס ערשטע אויסברוך אין די לעצטע דריי יאָר, און סאַוט קאָרעאַ האָט באַזונדער געליטן די וואָך אַן אויסברוך ביי א פאַרם נישט ווייט פון די צפון קאָרעאַ גרעניץ.