בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ו' חיי שרה פ״ז

מדינת ישראל גרעניץ פּאָליציי אָפיצירן האָבן אַרעסטירט זיבן פּאַלעסטינער וועלכע האָבן פּרובירט אַריינצוקומען אומלעגאַל קיין ירושלים, אַריינגערעכנט א דרייווער וואָס האָט זיך פאַרשטעלט ווי א חרדי'שער איד.
אָפיצירן האָבן אָפּגעשטעלט די פאַרדעכטיגטע קאַר ביי די צבאים קראָסינג און האָבן אַנטדעקט זעקס פּאַסאַזשירן וואָס האָבן נישט געהאַט די נויטיגע לעגאַלע פּערמיטס אַריינצוקומען.
די באַאַמטע זאָגן אַז דער דרייווער פונעם קאַר האָט זיך אָנגעטאָן מיט א קאַפּל אויפן קאָפּ און אַנדערע קליידונג אים צו מאַכן אויסזען ווי א חרדי'שער איד, אָבער מען האָט אים אויך אַרעסטירט.