בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' חיי שרה פ״ז
געריכט דאקומענטן ארויס געקומען ווייזן, אז די טראמפ אדמיניסטראציע איז נאך גאנץ לעצטענס געווען פארמישט אין געהיימע געשפרעכן מיט איראן איבער דעפארטירן איראנער צו זייער היימלאנד.
פון די דאקומענטן זעט מען אז דורכאויס די לעצטע וואך צייט זענען מער ווי 10 איראנער אימיגראנטן אינפארמירט געווארן אז זיי גייען דעפארטירט ווערן קיין איראן, מעגליך שוין אזוי פרי ווי קומענדיגע וואך זינטאג.
אין די דאקומענטן זעט מען אז א ריכטער האט זייער שארף פארגעהאלטן אדמיניסטראציע באאמטע איבער די דעפארטאציע פלענער, אנווייזענדיג, אז איראן איז א לאנד וועלכע איז נישט בלויז אין מלחמה מיט אמעריקא, נאר איז א געזעצלאזע לאנד וועלכע האט געהארגעט צענדליגער טויזנטער פראטעסטירער די לעצטע שטיק צייט.