בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ו' חיי שרה פ״ז

מאמדאני האט געמאלדן אן אויסברייטערונג פון 'געט די גוד סטאָף', א פראגראם וואס מאכט גרינגער פאר פוד סטעמפ געניסער איינצוקויפן פרישע פרוכט, גרינצייג און בונדלעך.
די פראגראם ארבייט, אז פאר יעדע דאלאר וואס א פוד-סטעמפ געניסער געט אויס אויף בארעכטיגטע פראדוקטן, באקומט יענער צוריק א דאלאר, ביז צו א מאקסימום פון 10 דאלאר א טאג.
די געלט קען נישט גענוצט ווערן פאר סיי וואס, נאר בלויז פאר די זעלבע סארט פראדוקטן וואס זענען געזונט פאר'ן מענטש.
די פראגראם, וואס נעמט שוין ביז היינט אריין 21 גראסעריי געשעפטן, גייט יעצט ווערן אויסגעברייטערט מיט נאך 12 געשעפטן וועלכע גייען ווערן צוגעלייגט.