בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' חיי שרה פ״ז
אין איינס פון די ערשטע רעזיגנאציעס זייט די וואלן דעם דינסטאג, האט פרוי דילאן באשלאסן איבערצולאזן איר שטעלע אלץ פירערין פון די סיוויל רייטס דיוויזיע ביי די יוסטיץ דיפארטמענט.
דילאן, וועלכע איז געווען א גאר שטארקע אנהענגער פון פרעזידענט טראמפ, האט אינטער איר זייגער דורכגעפירט ערענסטע טוישונגן אינערהאלב די סיוויל רייטס דיוויזיע.
צווישן אנדערע האט די דיפארטמענט אינטער איר פארשיקע הונדערטער לאנג-יעריגע אדוואקאטן, פארשלאסן א צאל אויספארשונגן אויף פאליצי דיפארטמענטס און ארין געגעבן לאוסוטס אקעגן הארווערד און אנדערע איבער אנטיסעמיטיזעם.
אין די חדשים בעפאר די וואלן האט זי אויך געשיקט בריוון צו מערערע וואל באאמטע, מיט ווארענונגן אז זיי קענען אויסשטיין קלאגעס איבער וואל פארלעצונגן, אריין גערעכענט אויב אויסלענדישע בירגער ווערן געכאפט שטימען.