בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' חיי שרה פ״ז
שיפינג קאמפאניס באריכטן, אז צוויי פון דריי שיפן מיט דיזעיל געשיקט קיין אמעריקא האבן געטוישט ריכטנג צו גיין קיין בראזיל און אלדזשעריע, און די דריטע שיף פלאנט אויך צו טוישן ריכטונג.
א טרעיד אינטעלידזשענס אנאליסט זאגט אז ווי עס שיינט קומט עס צוליב פראבלעמען מיט געזעצן און סאנקציעס.
זיינע ווערטער שטימען מיט דעם וואס מען הערט אז אמעריקאנער קאסטומערס זענען נישט גרייט איבערצונעמען די רוסישע קארגאס, אויס זארג אז זיי קענען אויסשטיין לעגאלע שריט דורך סטעיט און פעדעראלע באאמטע.
אין ניו דזשורסי האט גאווערנער שעריל געווארענט פארטן אז זיי קענען אויסשטיין געלט שטראפן, ווען צו די זעלבע צייט איז באריכטעט געווארן, אז די סענאט אויסערן קאמיטע האט פארארדענט בענק און קאמפאניס צו פרעזערווירן דאקומענטן פון די דיזעיל אפמאכן און ליפערונגן צוליב אויספארשונגן וועלכע קענען זיך אנהייבן ווען דעמאקראטן נעמען קאנטראל פונ'ם סענאט.