בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' חיי שרה פ״ז
67 פראצענט אידן האבן געשטימט פאר דעמאקראטישע קאנדידאטן ביי די מידטורם וואלן, אקעגן 32 פראצענט וועלכע האבן געשטימט פאר ריפובליקאנער קאנדידאטן.
די ציפערן זענען גאנץ נאנט נאנט צו אן אנקעטע אויף אידישע וויילער אין די וואכן בעפאר די וואלן, אין וואס 71 פראצענט אידן האבן געזאגט אז זיי פלאנען צו שטימען פאר די דעמאקראטשע פארטיי און 23 פראצענט פאר די ריפובליקאנער פארטיי.
צוריק ביי די 2024 פרעזידענט וואלן האבן אנקעטעס געוויזן אז צווישן 66 און 79 פראצענט אידן האבן געשטימט פאר פרוי העריס, און 21 ביז 26 פראצענט פאר פרעזידענט טראמפ.