בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' חיי שרה פ״ז

אין מיסיסיפי, וואו דער דעמאקראט קאָלאָם האט מאמענטאל אן אויבערהאנט פון ארום 1,100 שטימען, איז נישט פארהאן קיין שום סיסטעם פאר א ריקאונט, דעריבער קען די פראגע וויאזוי פאראויס צו גיין גרייכן דעם געריכט.
א מערהייט סטעיטס האבן א ריקאונט סיסטעם ווען די אויסגאנג פון א פארמעסט איז אזוי שמאל, אבער מיסיסיפי איז איינס פון געציילטע וועלכע האבן נישט.
דערווייל ווארט נאך די סטעיט אויף די אנקום פון עטליכע טויזנט בעלאטס וואס זענען נאך נישט געציילט געווארן, האלטענדיג די צוויי זייטן געשפאנט צו די דיפערענץ וועט שמעלער ווערן אדער ברייטער ווערן.
אין אלאסקא איז די דעמאקראט פּעלטאָלע פאראויס מיט ארום 600 שטימען, אבער דארט האט מען דערווייל געציילט נישט מער ווי 74 פראצענט שטימען, וואס באדייט אז די בילד קען זיך טוישן איינמאל מען פארטיגט ציילן א מערהייט שטימען, א פראצעדור וואס קען נאך נעמען א שטיק צייט.
אלאסקא'ס דעדליין ביז ווען מען קען ציילן בעלאטס איז נאוועמבער 18 למס'.