בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' חיי שרה פ״ז

א לאטערי שפילער אין ניו דזשערזי האט היינט ביינאכט געוואונען דעם פאוערבאל דזשעקפאט אין ווערט פון 847 מיליאן דאלאר, ברענגענדיג צו אן ענדע צוויי חדשים פון אויסציאונגען אן קיין געווינער. די געווינער נומערן זענען געווען 15, 34, 41, 53, 56, מיט'ן פאוערבאל 21.
דער געווינער, קען אויסוועלן צו נעמען די פולע 847 מיליאן דאלאר אויסגעשפרייט אויף יארן, אדער איין קעש אויסצאלונג פון 363.1 מיליאן דאלאר בעעפאר שטייערן.
לויטן געזעץ וועט אראפגיין 24 פראצענט פאר פעדעראלע טעקסעס און נאך 8 פראצענט פאר ניו דזשערזי סטעיט, אין צייט וואס דער לאקאלער געזעץ ערלויבט דעם געווינער צו בלייבן אינגאנצן באהאלטן.
דאס איז דאס צוועלפטע מאל וואס דער גרויסער פאוערבאל דזשעקפאט ווערט געוואונען אין ניו דזשערזי, און דאס ניינטע מאל אין היסטאריע פון דער שפיל וואס דער געווינס גרייכט אזא ריזיגן סכום, ווען די שאנסן צו געווינען זענען געווען בלויז 1 אין כמעט 300 מיליאן.