בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' חיי שרה פ״ז

בריטישע פאליציי האבן ארעסטירט 27 מענטשן אינדרויסן פון לאנדאן'ס סופרים קאורט נאכדעם וואס ריכטער האבן אנגעהויבן אויסהערן אן אפיעל קעגן דעם וואס די רעגירונג האט בלאקירט א פאלעסטינער גרופע.
די רעדע איז פון די "פאלעסטיין עקשאן" ארגאניזאציע וואס די רעגירונג אין ענגלאנד האט פאראיאר זומער דערקלערט א פארבאט, זאגנדיג אז עס איז א גרופע וואס שטיצט טעראר און מאסן מארד.
לויערס פאר די גרופע טענה'ן אין געריכט אז די רעגירונג איז נישט גערעכט און די באשולדיגונגען זענען פאלש, און צענדליגער שטיצער פון די גרופע זענען ארעסטירט געווארן ביים בונטעווען נעבן געריכט.