בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' חיי שרה פ״ז
ניו יארק סיטי וויילער האבן באשטעטיגט א בעלאט פראגע וואס וועט פארשנעלערן די קאנסטרוקציע פון באס לעינס, בייק לעינס און אנדערע רידעזיין פראיעקטן אויף גאסן.
די פארשלאג האט באקומען די שטיצע פון 65 פראצענט ניו יארק סיטי וויילער, ווען 1.1 מיליאן וויילער האבן געשטימט דערפאר, און דאס טויש די סיטי'ס רעגולאציעס איבער נייע טראנספארטאציע פראיעקטן.
די אדמיניסטראציע פון מעיאר מאמדאני שאצט אז עס וועט פארשנעלערן פראיעקטן פון נייע בייק לעינס מיט 33 פראצענט, דורכ'ן שניידן אסאך פון די ביוראקראטישע פראצעדורן וואס עס האט ביז יעצט געדארפט אריבערגיין.