בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' חיי שרה פ״ז

די מדינת ישראל פאליציי האט געמאלדן אז זיי האבן צעשטערט א געפלאנטע באמבארדירונג און שיסעריי טעראר אטאקע אין אלטשטאט ירושלים.
א ניינצן יעריגער איינוואוינער אין בית חנינא איז ארעסטירט געווארן און די אויטאריטעטן זאגן אז יענער האט געפלאנט אויפצורייסן באמבעס נעבן שער האריות בעפאר'ן פלאנען אריינצוגיין אין הר הבית און שיסן אידישע ציווילע און פאליציי אפיצירן.
די באאמטע זאגן אז דער פארשוין האט פארברענגט צוויי יאר צוצוגרייטן און פלאנירן די טעראר אטאקע אויף א גרויסע פארנעם, און האט גרונטליך שטודירט פאליציי סעקיוריטי און אנדערע איינריכטונגען.