בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' חיי שרה פ״ז

סענעטאר טשאק שומער, וועלכע איז ערווארטעט צו ווערן מאיאריטעט פירער קומענדיגע יאר למס', האט פארשפראכן אז דעמאקראטן גייען ענדיגן דעם מלחמה מיט איראן.
שומער זאגט אז קיינער האט נישט קיין איינונג וואס מען טוט אין איראן, און צוזאמען מיט די מיטארבייט פון א צאל ריפובליקאנער סענעטארן וועט מען עס ענדיגן.
ער האט דערביי פארשפראכן דורכצופירן אויספארשונגן אויף אנגעבליכע קארופציע פון פרעזידענט טראמפ, זאגענדיג, אז ווען אימער טראמפ גייט אקעגן די ווילן פון די אמעריקאנער פאלק אדער אקעגן דעם געזעץ, וועלן עס דעמאקראטן אויספארשן און אים טראגן צום געריכט.
שומער זאגט אז די קארופציע איז אזוי פארשפרייט אז מען גייט נישט קענען נישט אויספארשן, אבער דעמאקראטן וועלן זיך האלטן צו זייער נומער איינס ציל פון שניידן קאסטן און ענדיגן קארופציע.