בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' חיי שרה פ״ז

זיי האפן צו באקומען קלארקייט איבער די ווייטערדיגע ריכטונג פון וואשינגטאן'ס אויסערן פאליסי, און צו זען אויב פרעזידענט טראמפ וועט ווערן שוואכער אדער גאר שטייפער.
אין איראן איז די וואלן גאר שטארק געדעקט געווארן דורך די ארטיגע מידיא, און איראנער באאמטע האבן באצייכענט די ריפובליקאנער נידערלאגע אלץ באווייז אז אמעריקאנער שטיצן נישט דעם מלחמה.
איראן'ס פארליאמענט ספיקער מוכאמעד באגאר קאליבאף זאגט אז אמעריקאנער האבן געלאזט ווייסן זייער קעגנערשאפט צו מלחמה, און איראן טוט אינדארסירן זייער מעסעדזש.
איראן'ס הויפט פירער מודזשטאבא כומעני זאגט, אז ער רישט זיך נישט אויף קיין שום טויש אין אמעריקא'ס פאליסי איבער איראן, און די וועלכע מיינען אז יא האבן אן ערענסטע גרייז.
ער האט דערביי געווארענט אז אין פאל אמעריקא באנייט איר אגרעסיע אקעגן איראן, וועט די איראנער רעאקציע זיין פיל שארפער ווי ביז היינט.
צווישן די לענדער באזארגט פון די דעמאקראטישע זיגן איז מדינת ישראל, צוליב דעם וואס עס קומען אריין א באדייטענדע צאל דעמאקראטן וועלכע זענען אקעגן נתניהו און אקעגן מדינת ישראל אין אלגעמיין.