בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' חיי שרה פ״ז
דורכאויס די לעצטע פאר וואכן, ווען דזשאנסאן איז ארום געפארן קאמפיינען איבערן לאנד, האט ער שטענדיג געזאגט אז ער גייט בלייבן פירער אפילו אין די מינאריטעט, אבער פילע פון זיינע קאלעגן האבן פארשטאנען אז עס וועט נישט פאסירן נאר עס איז בלויז רעטאריק.
זיין באשלוס אפצוטרעטן קען פירן צו א צוויי-שפיציגע פארמעסט צווישן קאנגרעס מאיאריטעט פירער סטיוו סקאליס און קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען, וועלכע דינט יעצט אלץ פארזיצער פון די דזשודישיערי קאמיטע.
דזשארדען האט לויט באריכטן שוין באשלאסן זיך צו פארמעסטן צו ווערן פירער פון די פארטיי אין קאנגרעס.
דער וואס גייט געוואונען דעם אמט וועט דארפן האבן דעם ראלע פון דינען אלץ פרעזידענט טראמפ'ס הויפט פארטיידיגער אקעגן א כוואליע דעמאקראטישע אויספארשונגן און מעגליכע אימפיטשמענט פארזיכן.
די לעצטע 6 יאר איז דזשארדען געווען די הויפט ריפובליקאנער אויף די דזשודישיערי קאמיטע, וואו ער האט זיך געאמפערט איינמאל און נאכאמאל מיט די זעלבע דעמאקראטן וועלכע גייען יעצט שטיין אין שפיץ פון די אויספארשונגן אויף טראמפ און זיינע ארימיגע.