בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' חיי שרה פ״ז
שטייענדיג נאך א גאר העפטיגע וואל סעזאן, וואס פילע האבן געזען אלץ רעפערענדום אויף פרעזידענט טראמפ און זיינע פאליסיס, האבן אמעריקאנער וויילער געשטימט פאר א נייע עפאכע אינטער וואס די דעמאקראטישע פארטיי וועט קאנטראלירן סיי קאנגרעס און סיי סענאט.
ווי מען שטייט מאמענטאל האבן דעמאקראטן זיך פארזיכערט מיט 53 זיצן אינ'ם סענאט, נאכ'ן טוישן 7 סענאט זיצן פון רויט צו בלוי, אין צייט וואס די ריפובליקאנער האבן 41 זיצן, קיין איינס דערפון נישט געטוישט.
באקומען דעם קאנטראל אויף ביידע געזעץ הייזער באדייט אז פרעזידענט טראמפ וועט זיין געבינדן ווען עס קומט דורכצופירן זיין אגענדע, און די זעלבע ווען עס קומט צו נאמינירן מענטשען צום סופרים קארט און אנדערע רעגירונג פליגלן.
באזונדער וועלן דעמאקראטן האבן דעם מעגליכקייט צו קענען עפענען ברייטע אויספארשונגן אויף די טראמפ אדמיניסטראציע, אזוויווי זיי האבן געהאט פארשפראכן די לעצטע שטיק צייט צו טון אויב זיי באקומען צוריק דעם קאנטראל.
-
ביים אויספרעגן וויילער וואס זענען געגאנגן צו די שטים בודקעס, האט מען געזען אז פילע זענען זייער אומצופרידן פון די יעצטיגע ריכטונג אין וואס דאס לאנד גייט, און זיי זענען אין די גוסטע פון א טויש.
א הויפט זארג ביי וויילער איז געווען הויכע ברענשטאף און עסן פרייזן, מיט ארום 60 פראצענט וועלכע האבן געזאגט אז זיי זענען זייער באזארגט איבער די קאסט פון עסן, און אן ענליכע ראטע איבער די פרייז פאר גאזאלין אדער דיזעיל.
-
פרעזידענט טראמפ האט אין אן אינטערוויו יעצט ביינאכט געזאגט, אז ער פארשטייט אז די מלחמה אין איראן איז טיילווייז שולדיג פאר די מאסיווע ריפובליקאנער פארלוסטן, אבער ער האלט נאך אלץ אז ער האט געטון די ריכטיגע זאך.
טראמפ זאגט אז ער פאר זיך ווייסט אז ער האט געטון די ריכטיגע זאך, און ער וואלט עס נאכאמאל געטון.
ער זאגט אז לויט זיין מיינונג טוען אמעריקאנער זיך נישט קימערן אזוי ווייט מיט די מלחמה זעלבסט, ווי איידער מיט די העכערע אויל פרייסן וואס עס האט אנגעברענגט.
ער האט אבער אפגעווארפן דעם מיינונג אז די רעזולטאטן מיינען אים דירעקט, טראץ וואס ריפובליקאנער האבן פארלוירן אין אזעלכע רויטע סטעיטס ווי קענסעס, סאוט קאראליינא און טעקסעס.
טראמפ האט דערביי ווידערהאלט אז די גרעסטע פראבלעם פון אלעם איז געווען די פאקט אז זיין נאמען איז נייט געווען אויפ'ן בעלאט.
ער זאגט אז ער האט נישט קיין שום פלענער צו מאכן טוישונגן אין זיין אדמיניסטראציע, און ער טוט ווייטער שטיצן דיפענס סעקרעטערי פיט העגסעט וועלכע האט אנגעפירט דעם מלחמה קעגן איראן.
דער פרעזידענט האט דערביי אויסגעדרוקט האפענונג צו ארבייטן מיט די דעמאקראטן, אבער אין די זעלבע צייט קלארגעמאכט אז ער וועט נוצן זיין וועטא מאכט אויב עס וועט זיך אויספעלן.
ער האט דערביי צוגעלייגט, אז ער מיינט אז ער וועט זיך גאר גוט דורכקומען מיט די דעמאקראטן, און דאס איז די וועג וויאזוי זאכן גייען.
-
די דעמאקראטישע סענאט פירער טשאק שומער האט אפגעהאלטן א נייעס קאנפרענץ וואו ער האט געפייערט די זיג פון זיין פארטיי, אין צייט וואס ער שארפט זיך שוין די צייט צוריק צו ווערן מאיאריטעט פירער.
שומער זאגט אז זיין פארטיי איז איבערגעקומען אלע ערווארטונגן, און וויילער געשיקט א קלארע מעסעדזש אקעגן די ריפובליקאנער, ווען זיי האבן גענומען די רויטע וואנט און עס צעווארפן צו א הויפן רויטע ציגל.
ער זאגט אז ער האט א קורצע מעסעדזש פאר אמעריקאנער איבערן לאנד, און דאס איז, אז 'הילף איז אינטערוועגענס'.
-
דער ריפובליקאנער סענאט פירער דזשאן טון האט פארעפענליכט סטעיטענט אין וואס ער ווארענט אז ריפובליקאנער וועלן נישט שטיין אין די זייט ווען די עקסטרעם לינקע סאציאליסטישע פליגל פון די דעמאקראטישע פארטיי פראבירט צוריק צו דרייען אלעס וואס די ריפובליקאנער האבן אויפגעטון ביז יעצט.
ער זאגט אז די גוטע נייעס איז, אז פרעזידענט טראמפ געפוט זיך נאך אין די ווייסע הויז, און מען וועט קענען ארבייטן מיט אים אפצושטעלן די ווילדע כוואליעס פון דעמאקראטישע עקסטרעמיזעם.
-
דעמאקראטישע פירער פון זייער זייט זענען צופרידן אז די מאיארטעט אין קאנגרעס וועט זיין א ברייטע מאיאריטעט, וויבאלד אזוי וועלן די עקסטרעם לינקע האבן ווייניגער מאכט ווי אין פאל פון א גאר שמאלע קאנגרעס.
די גענויע מאפע אין קאנגרעס קען נאך נעמען א שיינע פאר טעג קלאר צו ווערן, אבער ווי עס שיינט וועלן דעמאקראטן האבן א גאר באדייטענדע אויבערהאנט.
מאמענטאל זענען שוין באשטעטיגט געווארן 207 זיצן פאר זייער זייט, אריין גערעכענט 22 זיצן אריבער געשלעפט פון די ריפובליקאנער, אין צייט וואס די ריפובליקאנער האבן 123 באשטעטיגטע זיצן, קיין איינס דערפון נישט אוועק געשלעפט פון די דעמאקראטן.