בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' חיי שרה פ״ז

ניו יארק סטעיט סענעטאר סעם סוטאן האט גרינגערהייט געוואונען ווידערוויילונג ביי די 22'סטע דיסטריקט אין בארא פארק, אנציענדיג כמעט 65 פראצענט, אין צייט וואס זיין קעגנער האט באקומען ארום 35 פראצענט.
סטעיט סענעטאר דזשעימס סקופיס פון אראנדזש קאונטי שטייט אויך שטארק פאראויס פון זיין קעגנער, 61 פראצענט אקעגן 35 פראצענט, און די זעלבע איז מיט אסעמבלימאן איטשעס פון די 99'סטע דיסטריקט אין אראנדזש, וועלכע שטייט ביי 64 פראצענט אין צייט וואס זיין קעגנער שטייט ביי 35 פראצענט.
אין לעיקוואוד האט מעיר ראוי קאולס געזיגט נאך א טערמין אויף די טאונשיפ קאמיטע, און די זעלבע איז מיט פרוי פיוענטיס, וועלכע איז געלאפן פאר ווידערוויילונג.
אין דזשעקסאן האט עליאט שם טוב געזיגט ביי די מעיאר פארמעסט, באזיגענדיג דעם אמטירענדן מעיאר דזשעניפער קאָן, און אין טאמס ריווער האבן אלע דריי קאנדידאטן אינדארסירט דורך די טאמס ריווער קאמיוניטי קאנסול, געזיגט אין זייערע פארמעסטן פאר די טאמס ריווער רידזשענעל באורד אוו עדוקעישאן.
צוריק קיין ניו יארק ווערט אנגעוויזן, אז די קומענדיגע לעגיסלאטור גייט האבן 10 געזעצגעבער באטראכט אלץ ארטאדאקסישע אידן.
די 10 נעמט אריין ר' שמחה אייכענשטיין, ר' קלמן יעגער, ר' בנציון ווידער, דזשאאי כהן סאַבּאַן, סעם בערגער, דעוויד וועפרין, פסח אָסינאָ, ארי בראון, סעם סוטאן און פרוי וויידער.