בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' חיי שרה פ״ז
אין קענסעס איז עדעם העמילטאן דערקלערט געווארן געוואונער איבער דעם אמטירענדן סענעטאר ראדזשער מארשעל, א זיג וואס איז גאר שטארק מערקוועדיג, נעמענדיג אין באטראכט אז קענסעס איז א סטעיט וואו א דעמאקראט האט נישט געוואונען א סענאט זיץ זייט יאר 1939 למס'.
אין אהייא האט דער געוועזענער דעמאקראטישער סענעטאר שעראד בראון באזיגט דעם אמטירענדן ריפובליקאנער סענעטאר דזשאן האָסטעד, א פאליטיקאנט וועלכע איז געווארן אריין געשטעלט דורך גאווערנער דיוויין, נאכדעם וואס דזשעי. די. ווענס איז געווארן וויצא פרעזידענט.
בראון האט אין די פארגאגענהייט סערווירט דריי טערמינען אויף די סטעיט'ס אנדערע סענאט זיץ, ביז ער האט פארלוירן אין יאר 2024 למס' פאר'ן ריפובליקאנער סענעטאר בערני מאָרענאָ.
בראון ווערט יעצט די 7'ט געוועזענע סענעטאר זייט יאר 1946 זיך צוריק צו קערן צום סענאט נאכ'ן פארלירן א פארמעסט.
דעמאקראטן האבן אויך אפגעהאלטן א זיג ביי די אייאווא גאווערנער פארמעסט, וואו דער דעמאקראטשיער סטעיט אודיטער ראב סענד האט באזיגט דעם אמטירענדן ריפובליקאנער, די ערשטע מאל אין 20 יאר וואס די אפיס גייט צו די דעמאקראטן.