בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ג' חיי שרה פ״ז

טראמפ שרייבט אין א מעסעדזש אז זיין נאמען איז נישט געווען אויפ'ן בעלאט, און אויב יא, וואלטן די ריפובליקאנער געוואונען מיט א לענדסלייד.
די מעסעדזש פון טראמפ קומט אין צייט וואס די דעמאקראטישע כוואליע זעצט ווייטער פאר מיט פארשידענע זיצן וועלכע גייען אריבער צו זייער זייט.
צווישן אנדערע איז פרוי עקטאן דערקלערט געווארן אלץ געוואונער אין די אהייא גאווערנער פארמעסט אקעגן וויוועק ראמאסוואמי, א סטעיט וואס טראמפ האט געוואונען 2 יאר צוריק מיט 11 פונקטן.
געוויסע נייעס אגענטורן האבן אויך דערקלערט די דעמאקראטן אלץ געוואונער אין די טעקסעס סענאט פארמעסט, אבער א מערהייט האלטן זיך נאך צוריק דערפון.
א דעמאקראטישע סאציאליסט איז דערקלערט געווארן אלץ געוואונער פון די מעיאר פארמעסט אין וואשינגאן די-סי, שלעפענדיג די הויפטשטאט פון אמעריקא מער צו לינקס.
פרוי דזשארדזש גייט ערזעצן מעיאר באוסער, א דעמאקראט וועלכע האט באשלאסן נישט צו לויפן פאר ווידערוויילונג נאכ'ן סערווירן כמעט 12 יאר צייט.
מיט איר זיג טוט די-סי זיך אנשליסן אין א צאל גרעסערע אמעריקאנער שטעט וועלכע האבן אריין געוועלט דעמאקראטישע סאציאליסטן אלץ מעיאר, א שטייגער ווי ניו יארק און סיעטעל.