בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ג' חיי שרה פ״ז

מאמדאני האט געזאגט פאר די פארזאמעלטע דעמאקראטן אז די היינטיגע נאכט שפירט זיך פיל בעסער ווי די נאכט צוויי יאר צוריק ווען פרעזידענט טראמפ האט געוואונען.
ער זאגט אז די ארבייט וואס דעמאקראטן גייען יעצט האבן איז צו דעליווערן פאקטישע רעזולטאטן, מאכן מענטשען שפירן אז די פארטיי שטייט פאר זיי, און איבערצייגן מענטשען אז די דעמאקראטן זענען א פאסיגע אלטערנאטיוו צו די ליידיגע פארשפרעכונגן פון די רעכטע לאגער.
ער האט דערביי אפאלירט צו די פארזאמעלטע צו נעמען די סוקסעסן פון ניו יארק סיטי און עס אויסשפרייטן און אויסברייטערן איבער גאנץ אמעריקא.
צוריק צו די וואלן זעלבסט איז די דעמאקראט פּעני ריינאלדס דערקלערט געווארן געוואונער אין די דזשארדזשע סעקרעטערי אוו סטעיט פארמעסט, באזיגענדיג קאנגרעסמאן טים פלעמינג, וועלכע פלעגט אמאל סערווירן אלץ געהילף פאר'ן ארויס גייענדן גאווערנער ברייען קעמפ.