בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ג' חיי שרה פ״ז

גאווערנער האוקול איז דערקלערט געווארן געוואונער הארט נאכדעם וואס די שטים בודקעס אין די סטעיט האבן זיך געשלאסן.
האוקול'ס קאדענץ אלץ גאווערנער האט זיך אנגעפאנגן אין יאר 2021 למס', ווען זי האט איבערגענומען דעם רעזיגנירטן גאווערנער ענדרו קואמא, און א יאר דערויף האט זי געוואונען איר ערשטע פולע טערמין, נאכ'ן באזיגן דעם ריפובליקאנער קאנדידאט לי זעלדין, א פארמעסט וואס איז געווען די שמאלסטע זייט יר 1994 למס'.
מיט די רעזולטאטן קוים אריין געקומען איז שווער פארצוזאגן ווי ברייט איר זיג היינט נאכט וועט זיין, אבער א מערהייט נייעס אגענטורן האבן איר שוין דערקלערט אלץ געוואונער פונ'ם פארמעסט.
צווישן די אנדערע קאנדידאטן וועלכע זענען אויך גלייך דערקלערט געווארן אלץ געוואונער זענען אטוירני דזשענערעל פרוי דזשעימס און קאמפטראלער טאם דינאפאלי.