בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' חיי שרה פ״ז
דעמאקראטן האבן אפגעהאלטן זייער ערשטע זיג אינ'ם פארמעסט איבערצונעמען דעם סענאט מאיאריטעט, ווען ראָוי קופער איז דערקלערט געווארן זיגער ביי די נארט קאראליינא סענאט פארמעסט.
קופער האט זיך פארמאסטן אקעגן מייק וועטלי, א געוועזענע פארזיצער פון די נאציאנאלא ריפובליקאנער פארטיי, צו ערזעצן דעם ריפובליקאנער סענעטאר טאם טיליס, וועלכע האלט די זיץ זייט יאר 2015 למס'.
אין די זעלבע צייט איז דער דעמאקראטישער סענאט קאנדידאט קריס פּאַפּעס דערקלערט געווארן געוואונער אין די ניו העמפשיר סענטא פארמעסט, אנהאלטענדיג א זיץ וואס איז ביז יעצט געהאלטן געווארן דורך די דעמאקראטן, און א זיץ וואס ביידע פארטייען האבן געקעמפט צו האבן אין זייער לאגער.
פאפעס האט זיך פארמאסטן מיט'ן ריפובליקאנער קאנדידאט דזשאן סנונו, א געוועזענע סענעטאר וועלכע האט פארלוירן ווידערוויילונג אין יאר 2008 למס' פאר'ן יעצטיגן דעמאקראטישן סענעטאר שאהין וועלכע האט באשלאסן נישט צו לויפן פאר ווידערוויילונג.