בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ג' חיי שרה פ״ז

אין נארט קאראליינא האט די סטעיט באורד אוו עלעקשאנס געמאלדן אז רעזולטאטן וועלן ארויס קומען שפעטער ווי געווענטליך, צוליב פראבלעמען וועלכע האבן זיך געמאכט ביי 5 פריסינקטס, אויף א פארנעם אז מען האט דארט פארלענגערט די צייט צו קענען שטימען.
די צווייטע איז אין ניו יארק, וואו וועסטשעסטער קאונטי האט געהאט שוועריגקייטן א גאנצן טאג צו סקענען בעלאטס, וואס דאס איז ערווארטעט צו פארשלעפן רעזולטאטן אין די פארמעסט צווישן קאנגרעסמאן מייק לאולער מיט זיין דעמאקראטשיע קעגנער פרוי קאנלי.
קאנלי זאגט אז זי זעלבסט איז אויסגעשטאנען דעם שוועריגקייט ביים אפגעבן איר שטימע אין וועסטשעסטער, אבער זי גלייבט אז עווענטועל וועלן אלע שטימען געהעריג געציילט ווערן.
גאווערנער האוקול האט אויך אדרעסירט די אנטוויקלונג אין וועסטשעסטער, זאגענדיג, אז אלעס ארום די בעלאטס ווערן באהאנדעלט אויף אן אומפארטייאישע וועג, און מענטשען קענען זיין רואיג אז יעדע איינציגסטע שטימע וועט געציילט ווערן.