בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ג' חיי שרה פ״ז

וויבאלד דזשארדזשע איז אין אלגעמיין א סווינג סטעיט וואו ביידע פארטייען האבן אפגעהאלטן געוואונסן די לעצטערע יארן, איז די זיץ פון אסאף אריגינעל געזען געווארן אלץ איינס פון געציילטע ערטער פאר ריפובליקאנער אוועק צו נעמען א זיץ פון די דעמאקראטן, אבער אנקעטעס האבן שטענדיג געוויזן אז ער איז באקוועם פאראויס פון קאלינס.
אין פלארידא איז קאנגרעספרוי שולץ דערקלערט געווארן געוואונער אין א פארמעסט פאר די 20'סטע דיסטריקט, אויפ'ן פלאץ פונ'ם דעמאקראט מק'קארמיק וועלכע האט באשלאסן נישט צו לויפן פאר ווידערוויילונג.
די דעמאקראטישע שולץ האט ביז יעצט פארטרעטן די 25'סטע דיסטריקט, אבער די דיסטריקט האט זיך ארום געטוישט א דאנק א ריפובליקאנער רידיסטריקטינג וואס האט געמאכט יענע דיסטריקט מער גינסטיג פאר די ריפובליקאנער פארטיי.
ביי די נייע 25'סטע דיסטריקט איז די דעמאקראט דזשערעד מאסקאוויטש אויך פאראויס מיט א שיינע פאר פראצענט פונקטן פונ'ם ריפובליקאנער קאנדידאט סקאט סינגער, אבער דארט איז נאך נישט דערקלערט געווארן א געוואונער.
די 25'סטע דיסטריקט נעמט אריין עטליכע קאונטיס אין סאוט פלארידא, אריין גערעכענט חלקים פון פאלם ביעטש, ברוערד און מאיאמי דעיד.