בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' חיי שרה פ״ז
טראמפ הייבט אן דעם לענגערן מעסעדזש אז די אידישע געמיינדע פון מאנסי און ארימיגע געגענטער, האבן געשטימט פאר מיר מיט גרויסע נומערן ביי די היסטארישע 2024 פרעזידענט וואלן.
טראמפ זעצט פאר זיין מעסעדזש מיט א דעקלעראציע אז היינט דינסטאג זענען די אויגן פון גאנץ אמעריקא ווידעראמאל געוואנדן קיין ניו יארק, צו די זיץ פון קאנגרעסמאן מייק לאולער, א געוואלדיגער אידן פריינד און קעמפער אקעגן אנטיסעמיטיזעם, און איינער וואס שטעלט זיך ארויס פאר רעליגיע פרייהייט און צו געבן דעם אויסוואל פאר מענטשען אין וועלכע שולע צו שיקן זייערע קינדער.
טראמפ לויבט אים אויס אלץ איינער וואס האט געארבייט איבערמידלעך פאר זיינע איינוואוינער, פאר'ן לאנד, און פאר די אידישע פאלק, און אלץ איינער וואס האט דעליווערט עכטע רעזולטאטן פאר די מענטשען וועם ער פארטרען, א זאך וואס קיינער זאל נישט נעמען פאר לייכט, און פירט אויס מיט אן אפיעל אז יעדע איינציגסטע שטימע ציילט, און בעט אז מענטשען זאלן לאזן הערן זייער שטימע דורך גיין שטימען פאר מייק לאולער פאר קאנגרעס.