בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' חיי שרה פ״ז
אן אל על פליגער אינטערוועגענס פון ארץ ישראל קיין בולגאריע איז באטראפן געווארן פון א באמבע דראאונג
ווען די פליגער האט געלאנדעט ביים סאפיע לופטפעלד זענען קאנטער-טעראריזעם איינהייטן ארויף געקומען אויפ'ן פליגער, און דורכגעפירט א גרונטליכע אינטערזיכונג אן טרעפן עפעס פארדעכטיגט.
די אל על פליגער איז איינס פון מערערע פליגער וועלכע זענען געצילט געווארן די לעצטע טאג צייט דורך באמבע סטראשונגן, שאפענדיג קאמפליקאציעס פאר טויזנטער פאסאנדזשירן.
דערווייל איז נישט קלאר ווער עס שטייט אינטער דעם, אבער אויטאריטעטן טוען עס פארדעכטיגן אלץ מעגליכע קאארדינירטע קאמפיין אקעגן אייראפע'ס לופט טראפיק.