בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' חיי שרה פ״ז
זיי האבן זיך פאראייניגט צו רעקאמאנדירן גאדי אייזענקאט אלץ זייער ערשטע קאנדידאט צו פארמירן א רעגירונג.
די זיצונג האט אריין גענומען פירער פון די ישר, ביחד, דעמאקראטן און ישראל בתינו פארטייען, וועלכע טוען צוזאמען אריין נעמען 48 בענקלעך, זייער ווייט פון די מאיאריטעט וואס פעלט זיך אויס צו פארמירן א קאאליציע.
דורכאויס די זיצונג האבן זיי דיסקוסירט מעגליכע צוזאמנארבייט מיט אנדערע פארטייען צו פארמירן א קאאליציע, אריין גערעכענט אראבישע פארטייען, אבער א מערהייט פון זיי האבן קלארגעשטעלט אז זיי זענען נישט גרייט פאר א קאאליציע מיט אראבישע פארטייען.