בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ג' חיי שרה פ״ז

טראמפ זאגט אז חדשים צוריק איז ער זיך שוין דורכגעקומען מיט נתניהו דערוועגן, און יעצט איז געקומען די צייט עס אנצופאנגן, נעמענדיג אין באטראכט אז מדינת ישראל דארף מער נישט צוקומען דערצו אזויווי אמאל.
די אנטוויקלונג איז א דראמאטיש טויש אין אמעריקא'ס אויסערן פאליסי, נאך לאנגע יארן וואס מדינת ישראל פלעגט זיין פון די הויפט בענעפיטירער פון אמעריקא'ס אויסלענדישע הילף.
צוריק אין חודש מאי למס' האט נתניהו געזאגט, אז ער קוקט ארויס אויף א פלאן אינטער וואס די הילף וועט געשניטן ווערן ביסלעכווייז אין לויף פון 10 יאר צייט.
די מעלדונג פון טראמפ קומט אין צייט וואס אמעריקא'ס הילף פאר מדינת ישראל איז געווארן א קאנטראווערסיאלע טעמע, איבערהויפט ביי ליביראלע דעמאקראטן וועלכע זענען בייז אויף מדינת ישראל'ס מלחמות.